קאנאדא - קאנאדא האט געווארנט אז זי וועט מעגליך אפשאן דעם ארדער וואס זי האט געמאכט ביי די באואינג פירמע, פאר'ן פרייז פון 2 ביליאן דאלאר, צו קויפן עף-18 הארנעט קאמפס עראפלאנען, אלס נקמה אויף דעם וואס אמעריקע וויל ארויפלייגן ספעציעלע שטייערן אויף די באמבארדיער סי. עראפלאנען וואס די קאנאדער באמבארדיער פירמע וויל פארקויפן אין אמעריקע. באואינג באקעמפט שארף דעם אריינטריט פון דער באמבארדיער פירמע אינעם אמעריקאנעם מארקעט. אמעריקע טענה'ט אז די פירמע האט באקומען דריי ביליאן דאלאר אין אומלעגאלע סובסידיעס פון דער קאנאדער רעגירונג, וואס דאס איז קעגן די אינטערנאציאנאלע האנדלס געזעצן. די קאנאדער רעגירונג טענה'ט אז דאס איז נישט סובסידיעס, נאר א שותפות. בראזיל האט אויך אנגעקלאגט קאנאדא ביים וועלט האנדלס ארגאניזאציע, ווייל דער באמבארדיער דזשעט איז א גרויסער קאנקורענץ צו איר עמבריער דזשעט. באמבארדיער האט באוויזן צו באקומען אן ארדער פון דעלטא עירליינס, פאר 75 פון אירע סי. עראפלאנען, פאר אן אומבאשטימטן פרייז, א זאך וואס האט שטארק אויפגעברויזט באואינג. קאנאדא זאגט אז אנשטאט די עף. 18 עראפלאנען וועט זי ליבערשט קויפן מער פון די עף. 35 קאמפס עראפלאנען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל