איינריכטונג פאר רעספעקט ביי פילאדעלפיער ביה"ח
פילאדעלפיע – די פארריכטונג ארבעט אויפ'ן וואנדאליזירטן בית החיים אין פילאדעלפיע האלט שוין אט ביים געפארטיגט ווערן, און מען האט געהערט פון א לאקאלן "אַרט מוזעאום" וועלכע האט אונטערגענומען א פראיעקט צוזאמצושטעלן א ספעציעלע שיינע איינריכטונג, וועלכע וועט האבן אויף זיך אויפגעשריבענע מעסעדזשעס אויף דער ענגלישער שפראך, צו פארלאנגען רעספעקט פון מענטשן וועלכע גייען אריבער דעם בית החיים.

דער בית החיים הר הכרמל איז וואנדאליזירט געווארן מיט העכער צוויי מאנאטן צוריק, ווען אומאידענטיפיצירטע פארשוינען האבן אראפגעווארפן און צעבראכן נאענט צו צוויי הונדערט מציבות, און לאקאלע נישט-אידישע אקטיוויסטן האבן זיך באלד ארגאניזירט צו העלפן צוריקשטעלן די אראפגעפאלענע מציבות און צוזאמצוקלעבן די צעבראכענע מציבות. דזשעין גאלדין, אייגנטימערין פון "מיורעל ארטס פילאדעלפיע", פירט דעם פראיעקט אוועקצושטעלן דעם רעספעקט איינריכטונג טאוועל, און זי האפט אז ס'וועט העלפן צוריקברענגען אינעם ראיאן רואיגקייט און רעספעקט איינער פאר'ן צווייטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל