שטויב שטורעם באפאלט טיילן פון כינע
בעיזשינג – א שווערער שטויב שטורעם האט זיך נעכטן אראפגעלאזט אויף צפון כינע און אויף דער הויפטשטאט בעיזשינג, ברענגענדיג צו א צושטאנד אז מען זאל קענען בלויז זען געציילטע פיס פארנט פון זיך, און ערנסטע אטעמען–שוועריגקייטן פאר יונגע קינדער און עלטערע בירגער.

די סארט שטויב שטורעמס קומען יערליך קיין כינע אינעם יעצטיגן סעזאן, וויבאלד עס ווערט שטארק ווינטיג אינעם גאובּי מדבר און עס בלאזט אריין די ריזיגע שטויב וואלקענעס אין די באוואוינטע געגנטער, אבער דער היי–יעריגער שטויב שטורעם סעזאן האט זיך אנגעהויבן גאר אגרעסיוו, צווינגענדיג די כינעזער אויטאריטעטן אפצושאפן צענדליגער פליגערס צוליב די אומקלארע הימלען. שולעס לענגאויס כינע זענען אפגעשפארט געווארן, און קינדער און עלטערע בירגער זענען אנגעזאגט געווארן נישט ארויסצוגיין אויף דער גאס, ווייל דאס אריינאטעמען אזויפיל שטויב קען זיין שעדליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל