ענדרו ענגלין


מאנטענא – דער נעא-נאצישער פובליצירער פון די אנטיסעמיטישע צייטונג אויפ'ן אינטערנעט די טעגליכע שטורמער האט אנגעהויבן א קאמפיין צו זאמלען געלט ביי זיינע שטיצער צו קענען זיך פארטיידיגן אין געריכט איבער אן אנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאציע קלאגע וואס ער שטייט אויס.

דער נעא-נאצי, ענדרו ענגלין, ווערט געקלאגט דורך א אידישע פרוי, טאניא גערש, וועלכע האט ביז נישט לאנג צוריק געדינט אלס ריעל עסטעיט בראוקער אין שטעטל ווייטפיש, מאנטענא, אבער זי האט געמוזט אויפגעבן איר דזשאב נאכ'ן ליידן נאכאנאנדע סטראשונקעס פון נעא-נאציס צוליב א לעכערליכן בלבול, אז זי און אנדערע אידן אין ווייטפיש האבן אנגעפירט א קאמפיין ארויסצוטרייבן א פרוי פון איר היים, וואס די פרוי איז די מוטער פון ריטשארד ספענסער, דער פירער פון דער נעא-נאצישער אלט-רייט באוועגונג.

ענגלין האט שוין דערווייל אויפגעטריבן 57 טויזנט דאלער צו דעקן זיינע לעגאלע קאסטן פונעם קעיס, און דער ציפער איז באזארגנד, אז עס איז דא אזויפיל געלט שטיצע פאר אזעלכע טונקעלע פארשוינען.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל