דער פרעזידענט האט קאמענטירט נעכטן אויף טוויטער אז ס'איז "נישט גוט" דאס וואס רייס וויל נישט אויפטרעטן אין סענאט.
וואשינגטאן – באראק אבאמא'ס געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבערין און יו-ען אמבאסאדאר, סוזען רייס, האט געזאגט אז זי האט צוריקגעוויזן אן איינלאדונג פון א סענאט קאמיטע, וועלכע האט איר גערופן אויפצוטרעטן איבער די אנגייענדיגע סענאט אויספארשונגען ארום רוסלאנד'ס ראלע אין באאיינפלוסן די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן.

קומענדיגע וואך מאנטאג וועלן 2 געוועזענע אבאמא אדמיניסטראציע באאמטע, סעלי יעיטס און דזשעימס קלעפער, אויפטרעטן פאר'ן סענאט איבער די אויספארשונגען, אבער רייס האט צוריקגעוויזן אן איינלאדונג פון דער סענאט טעראריזם קאמיטע אויפצוטרעטן, ווייל ס'איז געקומען בלויז פונעם רעפובליקאנער טשעירמאן פון דער קאמיטע, סענאטאר לינדזי גרעהעם, אנדערש ווי געווענליך וואס אזעלכע איינלאדונגען קומען פון אלע קאמיטע מיטגלידער. דער פאקט אז נאר דער רעפובליקאנער טשעירמאן האט עס געשיקט, האט געברענגט רייס'ן צו פארדאכטן, אז מען גייט איר בעיקר אויספרעגן איבער דעם וואס טראמפ באשולדיגט, אז זי האט אלס אן אבאמא אדמיניסטראציע באאמער געהאלפן שפיאנירן אויף טראמפ.

דער פרעזידענט האט קאמענטירט נעכטן אויף טוויטער אז ס'איז "נישט גוט" דאס וואס רייס וויל נישט אויפטרעטן אין סענאט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל