Image result for delta hawaii los angeles


קאליפארניע – די אינצידענטן אויף פליגערס הערן זיך נישט אויף, און נעכטן איז באקאנט געווארן נאך איינס, ווען א פאמיליע איז ארויסגעקומען און דערציילט אז דעלטא עירליינס איינגעשטעלטע האבן זיי געסטראשעט מיט טורמע אויב גייען זיי נישט אראפ פון א פליגער.

דער אינצידענט האט פאסירט מיט ברייען שעיר און זיין פאמיליע, וועלכע זענען מיט עטליכע טעג צוריק געווען אויפ'ן וועג אהיים פון האוואאי קיין לאס אנדזשעלעס, און בעפאר׳ן ארויספארן זענען די פלי מאנשאפט צו זיי צוגעקומען און געזאגט, אז זיי מוזן אויפגעבן זייערע זיצן, ווייל דער פליגער איז איבערגעפילט מיט מער פאסאזשירן ווי זיצן. ווען ברייען האט ערקלערט אז ער האט דאך באשטעלט די זיצן, האבן די פלי מאנשאפט אים געסטראשעט, אז זיי וועלן זיכער מאכן אז ער גייט זיצן אין טורמע און פארלירן זיינע קינדער.

עווענטועל האט מען זיי געלאזט פליען אויפ'ן פליגער געהעריג. אבער די פאמיליע פארלאנגט אז דעלטא עירליינס זאל ארויסקומען מיט אן עפנטליכע אנטשולדיגונג.

ווארענונג: נשים אין די ווידעא
זעהט די פולע טעבאַקל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל