סעטלמענט איבער קינד אומגעקומען אויף גליטשער


קענסאס - די פאמיליע וועמענס קינד איז ל"ע אומגעקומען פאראיאר זומער אויף א גליטשער, האט דערגרייכט א שליכטונג מיט דער פירערשאפט פונעם פארק.

דער אינצידענט האט פאסירט אין א פארק אין קענסאס, אויף א גליטשער וועלכע ווערט באצייכנט אלס די וועלט׳ס העכסטע גליטשער, ווען די מענטשן ווערן אראפגעווארפן זיבעצן שטאק! דאס קינד איז געווען א זון פון סקאט שוואב, א לאקאלער סטעיט פאליטישאן אין קענסאס, און די פאמיליע האט געוואלט קלאגן די פארק פירערשאפט איבער דער טראגעדיע.

די פארק האט מסכים געווען צו געבן צוואנציג מיליאן דאלער פאר דער פאמיליע, אין אויסטויש אז די פאמיליע וועט זיי נישט קלאגן אין געריכט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל