טאוני אוועלא


ניו יארק – עס גייט גאר גוט פאר'ן ניו יארק סיטי מעיאר, ביל דעבלאזיא, וועלכער שטייט אויס א ווידערוויילונג פארמעסט. נאך א ניו יארקער פאליטישאן וועלכער האט זיך געהאט ארויסגעשטעלט צו לויפן קעגן דעבלאזיא'ן, האט געמאלדן אז ער ציט זיך ארויס פונעם פארמעסט.

די רעדע איז פונעם קווינס סטעיט סענאטאר, טאוני אוועלא, א דעמאקראטישער פאליטישאן וועלכער באלאנגט צו דער "דעמאקראטישע אינדעפענדענט" גרופע אינערהאלב די סטעיט סענאט, וואס די גרופע שטעלן זיך צו צו די רעפובליקאנער. אוועלא איז א באקאנטער פיגור אין ניו יארק סיטי און איז שוין געלאפן אין די דעמאקראטישע מעיאר פריימעריס אין 09', פארלירנדיג צו ביל טאמפסאן.

אוועלא האט אין זיין סטעיטמענט נעכטן געזאגט אז עס איז אים מורא'דיג שווער אויפצוטרייבן געלטער ביי דעמאקראטישע וויילער צו לויפן אין א דעמאקראטישן פריימערי קעגן דעבלאזיא, אבער ער האט פארשפראכן אז טראץ וואס ער ציט זיך ארויס פונעם פארמעסט, וועט ער נישט אויפגעבן דעם קאמף קעגן דעבלאזיא'ס פאליסיס, ספעציפיש דעבלאזיא'ס צוגאנג צום פראבלעם פון היימלאזע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל