אפלויף וואסער רינט פון פען סטעישאן דאך


מאנהעטן – מיטוואך און דאנערשטאג האבן פאסאזשירן אין דער "פען סטעישאן" טראנזיט סטאנציע באמערקט ווי שמוציגע אפלויף וואסער רינט פונעם דאך ביי דער אפטיילונג פון די "לאנג איילענד רעילראוד" סערוויס, וואס דאס האט פארשווערט פאר די פאסאזשירן צו קענען געהעריג אומגיין.

די טראנזיט באאמטע האבן זיך אנטשולדיגט פאר דער אומבאקוועמליכקייט און זיי האבן פארשפראכן אז זיי ארבעטן צו פאררעכטן דעם ליעק אינעם דאך, אבער זיי האבן געזאגט אז די באן סקעדזשועלס זענען בכלל נישט אפעקטירט געווארן דערפון.

דער ליעק פון די שמוציגע וואסער איז בלויז נאך א רינגעלע אינעם קייט פון פראבלעמען וועלכע פלאגן "פען סטעישאן" אין די לעצטערע מאנאטן, הויפטזעכטליך דאס וואס די שינעס אין דער סטאנציע זענען אזוי פארעלטערט און צעבויגן, אז עס האבן שוין פאסירט עטליכע אינצידענטן, ווען באנען זענען אראפגעפאלן פון די שינעס און ווילד אריינגעקראכט אין די פלאטפארמעס, ברענגענדיג מילדע וואונדן פאר עטליכע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל