געפאר פון אומאקוראטע בלוט-דרוק מאשינען


וואשינגטאן – דאקטוירים מוטיגן געווענליך פאציענטן צו נוצן די היים בלוט דרוק מעסטן מאשינען כדי צו האלטן חשבון אויף זייער בלוט דרוק.

א קליינע שטודיע האט אבער געוויזן אז די מאשינקעס זענען נישט גענוג אקוראט מען זאל זיך אויף זיי קענען פארלאזן. די פארשער האבן געמאסטן די אקוראטקייט פון די היים בלוט דרוק מאשינען וואס זענען גענוצט געווארן דורך 85 פאציענטן. צוויי אבזערווירער האבן געטעסט יעדן פאציענט אין דער זעלבער צייט, נעמענדיג 9 בלוט דרוק מעסטונגען, טיילמאל מיט די היים מאשינען, און טיילמאל מיט די סטאנדארד מאשינען וואס מען נוצט אין דאקטוירים אפיסעס. אין ארום 70 פראצענט פעלער, ביי דער שטודיע, זענען די היים בלוט דרוק מעסטן מאשינען געווען גרייזיג מיט מער ווי 5 בלוט דרוק פונקטן, און אין 30 פראצענט פעלער זענען זיי געווען מיט מער ווי 10 פונקטן אומאקוראט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל