18268455_1427292140642463_5704766989541675513_n.jpg
ספעיס-עקס האט א גרויסע ליסטע פון ארדערס צוליב דעם וואס זיי זענען די ביליגסטע, זיי בעטן נאר $62 מיליאן פאר א טריפ.

זייער קאסטומער ליסטע איז זייער קאלירפול. זיי האבן גאווערמענט'ס פון אסאך לענדער, מיליטערישע סאטעלייט און שפיאנאזש סעטעלייטס, אויך פריוואטע קאמוניקאציע קאמפעניס שיקן ארויף סעטעלייטס. אויך האבן זיי געווינען קאנטראקטס פאר ריסופליי מיסיעס צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע.

אזוי אויך ארבייטן זיי צו ווערן סערטיפייד צו שיקן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, און שפעטער צו מארס.

צוליב די גרויסע פלייץ פון ארדערס, פלאנען זיי א מיסיע יעדע האלבע חודש ביז סוף יאר. דאס קומט אויס צו 16 מיסיעס ביז סוף 2017.

-

היינט האט ספעיס-עקס געמאלדן אז די בולגאריע קאמוניקאציע קאמפעני, איינע פון ספעיס-עקס קאסטומערס, האט מסכים געווען צו שיקן זייער סעטעלייט אויף א גענוצטע ראקעט.

די מיסיע איז געפלאנט פאר מיטן-יוני. דאס וועט זיין די צווייטע מיסיע צו נוצן א גענוצטע ראקעט. מען גייט נוצן די ראקעט וואס מ'האט גענוצט אום יאנואר 14, וואס איז א טוירנאראונד פון קארגע 5 חדשים.

ס'איז נישט קלאר וויפל דיסקאונט זיי באקומען פארן נוצן א גענוצטע ראקעט.

די גאנצע וועג וויאזוי די ראקעט וועט גיין


זאכליך פון אייוועלט האט געהאלפן מיט די אינהאַלט פון די ארטיקל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל