ען.וויי.פי.די. איז אויף הויך-אַלערט נאָך וואָס א אייסיס זשורנאַל רופט פאַר טעראָר אַטאקעס

ניו יארק סיטי האָט געשטעלט אירע פּאָליציי אפיצירן אויף הויכע אַלערט נאכדעם וואס אייסיס האט ארויסגעגיבן די לעצטע אויסגאבע פון איר פראפעגאנדע מאגעזין, רופענדיג לאקאלע מוסעלמענער וואס וואוינען אין די מערב וועלט, צו אטאקירן זייערע היימלאנד, און צו הרג'נען משכונות.

"כאטש וואס עס איז נישט - אויף די מינוט - פארהאן קיין ספעציפישע און פארלעסליכע אינפארמאציע פון א ריזיקע אויף ניו יארק סיטי, זענען אגענטן אנגעזאגט געווארן צו פראקטצירן געהעכערטע אויפמערקזאַמקייט", האט די פאָליס דעפארטמענט געשריבן אין א מעסעדזש דעם פרייטיג צו אלע אפיצירן.

דאנערשטאג האט אייסיס ארויסגעגיבן די ניינטע אויסגאבע פון די רומיאַ (Rumiyah) מאגעזין.

די "נאָר טעראָר טאַקטיקן" אפטיילונג רופט פאר אנהענגערס צו נעמען משכונות ווען זיי אטעקירן, אבער עצה'ט אז דאן זאל מען זיי הרג'נען ווי איידער פאַרהאַנדלען דערמיט.

עס רופט אויך צו צילן ציווילע מענטשן מיט אויסגעשארפטע וואָפן, גאנס, איבערפארן מיט א אויטא און פייער, אין לאקאציעס ווי מאסן פארזאמלונגען, טעאַטערן, מארקעטן, קאנצערטן, יוניווערסיטיס, א.ד.ג.

די ארטיקל רעדט היפש ארום איבער די מעלות פון נעמען משכונות, כאטש וואס מען גיין זיי סיי ווי דערמארדען גלייך נאכדעם. עס ברענג ארויס אז משכונות העפלט פארשטייטערן די פאליציי וואס קומען אהן, אזוי צו קענען אויספירן א גרעסער אטאקע און אריינכאפן וואס מער קרבנות, ה"י. עס שרייבט אויך ארויס די בעסטע טעג און צייטן אין טאג צו אדוכפירן די אטאקעס, ווען די פאליציי איז פארנומען מיט אנדערע שטאטישע געשעענישן.

די ען.וויי.פי.די. פאדערט אירע אפיצירן צו זיין אויפמערקזאַם, און צו אננעמען עקסטרע זיכערקייט מאסנאמען.

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל