ניו יארק – די סיטי קאונסיל באטראכט צו מעגליך אינסטאלירן א נייע סארט טראפיק סיגנאל ביי פארשידענע אינטערסעקשאנס איבער די שטאט וועלכע וועט אפשטעלן דעם פארקער פאר אלע קארס, באסעס, טראקס און ביציקלעך פאר א געוויסע צייט - אז פיסגייער זאלן קענען דורכגיין אין וועלכע ריכטונג זיי ווילן אומגעשטערט פון קיין אויטאס.

די סארט סיגנאל ווערט שוין טיילווייז באנוצט ביי עטליכע אינטערסעקשאנס אין די שטאט און ווערט ברייט באנוצט אין אנדערע פלעצער ווי לאנדאן, לאס אנדזשעלעס און אין וואשינגטאן די-סי. איינע פון די אינטערסעקשאנס געפונט זיך אויך אין יוניאן סקווער אין מאנהעטן.

טראנספארטאציע אדוואקאטן האלטן, אז דער סיסטעם וועט האלטן די פיסגייער פול זיכערער און זיי העלפן אריבערגיין די גאס פול שנעלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל