דייטשלאנד – עטליכע פאמיליעס האבן אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דייטשלאנד און איר דזשערמענווינגס לופטליניע, פארלאנגענדיג פארגיטיקונג פאר זייערע קרובים וואס זענען אומגעקומען ביים זעלבסטמארד אראפקראך פונעם דזשערמענווינגס עראפלאן אין מערץ 2015. די קלעגער, דריי מענטשן פון פאראגוויי, פארלאנגען 3.3 מיליאן דאלאר אין פארגיטיקונג.

דער קראך האט פאסירט ווען דער דייטשער קא-פילאט ענדרעיאוס לוביץ האט געליטן א גייסטישן צוזאמבראך און האט בייזוויליג אראפגעקראכט דעם עראפלאן אויף די פראנצויזישע אלפן בערג, אומברענגענדיג אלע 149 מענטשן אויפ'ן עראפלאן. אין מערץ 16 האבן צוויי אדוואקאטן וועלכע האבן פארטראטן 73 פון די קרבנות, אריינגעגעבן א קלאגע קעגן אן אמעריקאנעם פלייט סקול וואו לוביץ האט זיך טרענירט, זאגנדיג אז זיי האבן געדארפט בעסער אויפכאפן זיין גייסטישן צושטאנד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל