מערילענד – א נייע אינטערעסאנטע פאליציי-ווען איז געוויזן געווארן פאר'ן פובליק, וואס דער ווען וועט העלפן פאליציי אגענטורן שנעל אנאליזירן באווייזן פון פארברעכן סצענעס, און קענען פלינקער כאפן פארברעכער, ווי איידער צו דארפן ווארטן טעג און וואכן פאר באווייזן פראצעסירט צו ווערן.

א הויפט אויפטוה איז אז דער ווען ערלויבט צו דורכפירן פראבע שאסן, וואס דאס נוצט מען ביים פראצעסירן באווייזן פון שאסן, ווייל יעדע ביקס לאזט איבער א ספעציעלן קריץ באצייכענונג פעטערן אויף די קוילן וואס עס שיסט ארויס, און דורך דעם ווען, וועלן די באאמטע קענען שנעל, אינעם ווען, דורכפירן פראבע שאסן, און פארגלייכן די קריצונגען, און אזוי קענען פארבונדן איין ביקס צו מערערע פארברעכנס און צום זעלבן פארברעכער.

דער אזויגערופענער "מאביל באליסטיקס ווען" איז ארויסגעלייגט געווארן דורך די "ביורא אוו אלקאהאל, טאבאקא ענד פייערארמס" אגענטור, און עס האט אויך אין זיך אן אפטיילונג וואו טעכניקער קענען דורכפירן ספעציעלע טעסט שאסן אין א פארמאכטן שטאלענעם קעסטל.





קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל