ספעיס-עקס האט יעצט אדורכגעפירט די פייער טעסט אויף די F4 ראקעט מיט סוקסעס, די צוגרייטונגען פאר די מאנטאג'דיגע ארויפשיס גייען אריין אין קראפט.

די ציל פון די מיסיע איז צו דעליווערן א סעטעלייט פאר די אינמאַרסאַט קאמיוניקאציע קאמפאני (Inmarsat) פון לאנדאן. דאס איז די פערטע סעטעלייט פאר אינמארסאט. די ארויפשיס פענסטער הייבט זיך אן מאנטאג 7:20 p.m. און ציעט זיך פאר 50 מינוט.

צוליב די הויכע וואג פון די סעטעלייט גייט מען ניצן אלע ברענשטאף ארויפצוטראגן די סעטעלייט, און ס'גייט נישט איבערבלייבן גענוג פאר א קאנטראלירטע לאנדן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל