די בלוטיגע לאַנד דייטשלאַנד פראָבירט שוין צענדליגער יאָרן זיך צו ריינוואַשן און אָפשאָקלען פון די בלוטיגע שוואַרצע היסטאָריע וואָס זיי האָבן; פון די ערגסטע מאַסן-מערדערייען אין די היסטאָריע וואָס זייערע זיידעס האָבן געטוהן. וואס איז אבער דא געשעהן?

די אַלע וואָס זענען העכער די יאָהרגאַנג פון צוואָנציג געדענקען זייער גוט ווער די פּאַלעסטינער טאַטע, יאסיר אראפאט ימ"ש, איז געווען; אַן אַרכי-טעראָריסט, וואָס איז דרך אגב אָנערקענט אין די אַלגעמיינע וועלט אַלס אַ טעראָריסט. (נישט אַז מיר דאַרפן צוקומען צו די וואָס אידיש בלוט רעכנט נישט ביי זיי.ׂ אונטער זיין עפנטליכע הוראה, זענען הונדערטער אידן קאַלט-בלוטיג און באַרבאַריש ערמאָרדעט געוואָרן, הי"ד.

די וואָך האָט די דייטשע פרעזידענט שטיינמייער (Frank-Walter Steinmeier) באַזוכט אין מדינת ישראל. נאָכן באַזוכען אין די "יד ושם" מוזעאום, איז ער געפאָרן צי רמאַללה. דאָרט איז ער זיך געגאַנגן משתטח זיין אויפן קבר פון די פאַרדאָרבענע געביין פון די אויבנדערמאַנטער טעראָריסט און מאַסן-מערדער. ער האָט געמאַכט אַ מכובד'דיגען סאַלוט, און געלייגט בלומען.

די דייטשע צייטונגען אַליין האָבן אַלע שאַרף אַראָפגעריסען די פרעזידענט פאַר די באזוך, און נאָכדערצו אַז ס'איז געטוהן געוואָרן קורץ נאָך אַ באַזוך אינעם יד ושם האָלאָקאָוסט מוזעאום.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל