אלבאני – די סטעיט העכסטע געריכט האט געשטיצט גאווערנאר קאומא'ס פארזוך איינצושטעלן שטרענגערע רעגולאציעס פאר דרייוון אנגעטרינקענערהייט, אריינגערעכנט דאס אוועקנעמען די דרייווער לייסענס פאר די וואס ווערן געכאפט מיט די פארלעצונג נאך מערערע מאל.

דער איינשטימיגער 5 צו 0 אורטייל באשטעטיגט די שטרענגערע רעגולאציעס וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אין 12' דורך די סטעיט לעגיסלאטור, ערלויבנדיג פערמענאנט אוועקצונעמען די דרייווער לייסענס אויב א מאטאריסט ווערט געפונען שולדיג אין דרייוון אנגעטרינקענערהייט דריי מאל אין לויף פון פיר יאר אדער פיר מאל אין אכט יאר. די רעגולאציעס טוען פערמענאנט אויך אוועקנעמען די לייסענס פון די וואס ווערן געפונען שולדיג אויף פינף אדער מער פארלעצונגען ביים דרייווען אונטער'ן איינפלוס פון דראגס אדער אלקאהאל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל