וואשינגטאן - א פרישע באריכט ווייזט אז דער דיפערענץ פון וויפיל עקזעקיוטיוון פון ביזנעסער באקומען באצאלט און פשוט'ע ארבעטער באקומען באצאלט, איז נאך אלץ אסטראנאמיש גרויס. דער באריכט קומט פון די "עי עף על" וועלכע איז די גרעסטע ארבעטער יוניאן גרופע אין אמעריקע, און עס צייגט אז די דורכשניטליכע פארדינסט פון די הויפט עקזעקיוטיווס פון פירמעס וואס זענען א טייל פון די "עס ענד פי 500", איז געווען פאראיאר 13.1 מיליאן דאלער, וואס איז 347 מאל מער ווי א פשוט'ער ארבעטער, וועלכער האט פארדינט פאראיאר 37 טויזנט דאלער אין דורכשניט.

דאס קומט אפאר וואכן בעפאר מען ערווארט אז עס זאל אריינגיין אין קראפט א רעגולאציע וואס געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא האט באשטעטיגט, אז גרויסע אמעריקאנער ביזנעסער זאלן מוזן יעדעס יאר פארעפנטליכן די פונקטליכע פראצענט דיפערענץ פון וויפיל זייערע עקזעקיוטיוון פארדינען און וויפיל זייערע פשוט'ע ארבעטער פארדינען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל