מיאמי – די באאמטע אין מיאמי-דעיד קאונטי האבן איבערגעגעבן אז די קאסטן צו באקעמפן דעם זיקא וויירוס, איז געשטיגן צו איבער 30 מיליאן דאלאר. די קאונטי באטראכט יעצט פלענער אויפצונעמען א פול-טיים אינזעקטן עקספערט, צוליב איר אנגייענדיגער קאמף מיט'ן זיקא וויירוס. די קאונטי האט געזאגט אז זי האט שוין געשפענדעט 25 מיליאן דאלאר, זינט יוני 16', ווען דער וויירוס איז דארטן אנטדעקט געווארן.

פאראיאר די צייט האט מען אנטדעקט דעם זיקא וויירוס אינעם ווינוואוד געגענט אין מיאמי ביטש, דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס האט געכאפט דעם וויירוס אויפ'ן אמעריקאנעם באדן. די קאונטי האט שוין דורכגעפירט 51,000 מאסקיטא אינספעקציעס אין די לעצטע 12 מאנאטן. די קאונטי האט פארלאנגט פון די סטעיט נאך 5 מיליאן דאלאר פאר אינזעקטן מארד כעמיקאלן אריינגערעכענט סם טאבלעטן וואס ברענגען אום די אייער פון מאסקיטאוס וואס מען ווארפט אריין ביי 150,000 שטורעם דרעין אפלויף וואסער ערטער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל