וויסקאנסין - א נייע אויספארשונג צייגט אז עס איז שטארק מעגליך אז שטרענגע וויילער איי-די געזעצן אין וויסקאנסין האט צוריקגעהאלטן טויזנטער פון אפגעבן זייערע שטימען אינעם פארלאפענעם פרעזידענט וואל טאג.

די אויספארשונג פון די אסאשיעטעד פּרעס צייגט אז די רעפובליקאנער אין וויסקאנסין האבן מיט עטליכע יאר צוריק באשטעטיגט א סעריע שטרענגע געזעצן איבער וויילער שווינדלערייען, און די געזעצן האבן איינגעשטעלט א נייע סארט וויילער אידענטיפיקאציע קארטל וואס יעדער שטים בארעכטיגטער מוז האבן צו קענען אפגעבן א שטימע. דאס האט שטארק אפעקטירט פילע מינאריטעטן איינוואוינער אין די סטעיט, וויבאלד פאר זיי איז שווערער צו האבן די נויטיגע דאקומענטן צו קענען באקומען אזא וויילער אידענטיפיקאציע קארטל. די אויספארשונג צייגט אז עס איז מעגליך אז אזויפיל ווי 300 טויזנט וויילער אין וויסקאנסין האבן נישט געקענט שטימען צוליב וואס זיי האבן נישט געהאט די וויילער אידענטיפיקאציע קארטל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל