וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז טראמפ האט שוין אקטיוו אנגעהויבן זוכן אן ערזאץ פאר קאומי, און צווישן די נעמען וואס זענען אויפגעברענגט געווארן, האט מען געהערט די נעמען פון געוועזענער ניו יארק סיטי מעיאר רודי דזשוליאני און אמטירנדער ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי. ביידע האבן גאר אסאך ערפארונג אויפן געביט פון געזעץ, זייענדיג געוועזענע פעדעראלע פראקורארן, און ביידע האבן געארבעט גאר נאנט מיט די עף-בי-איי אין לויף פון די יארן.

טראמפ באטראכט זיי ווארשיינליך זייער שטארק אלס מעגליכע אויסוואלן, נעמענדיג אין באטראכט אז סיי דזשוליאני און סיי קריסטי האבן שוין שיער באקומען אנדערע הויכע פאזיציעס אינערהאלב די אדמיניסטראציע, אבער ביידע זענען גאר פריינטליך מיט טראמפ, וואס די דעמאקראטן וועלן זאגן אז זיי קענען נישט ווערן פארטרויעט אנצופירן גרונטליך ווייטער דעם רוסלאנד אויספארשונג.

Displaying

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל