וואשינגטאן – נעכטן האט דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע געשיקט א סובפינע פאר טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, ווייל זיי ווילן אים אויספארשן איבער זיינע באציאונגען מיט רוסישע רעגירונג באאמטע. 

באזונדער האט מען געהערט געציילטע שעה נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעזאגט דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי, אז פעדעראלע פראקורארן האבן שוין ארויסגעשיקט סובפינעס פאר געהילפן און נאנטע פון טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, אז זיי זאלן זיך קומען שטעלן פאר א פעדעראלע גרענד דזשורי. 

דאס איז א קלארע אנדייטונג אז דער רוסלאנד אויספארשונג אונטער קאומי האט זיך גערוקט פאראויס עקסטרעם-שנעל און ס'איז מעגליך אז דאס האט דערשראקן פרעזידענט טראמפ און דעריבער האט ער אים אויפגעזאגט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל