ירושלים – די ירושלימ'ער ליציטאציע פירמע, קדם אוקשען האוז פירמע, האט געמאלדן אז זי וועט ליציטירן א טייל פון א מלבוש, געמאכט פון דיק געוועבטע שטריק-סחורה, וואס איז מיוחס אז עס האט באלאנגט צום הייליגן בעש"ט זי"ע. לויט די באריכטן איז דאס געווען א טייל פונעם אור שבעת הימים מלבוש וואס דער הייליגער בעש"ט זי"ע איז געגאנגען דערמיט פון די 26 יאר ביז צו זיין פטירה ביים עלטער פון 60 יאר.

באזונדערס וועט די פירמע ליציטירן א לולקע ציבעך, וואס איז מיוחס אז עס האט אמאל באלאנגט צום יוד הקדוש פון פשיסחא זי"ע, וועלכער פלעגט דאס נוצן ביים פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל