לאנדאן – די נייע אמעריקאנער אמבאסאדע אין לאנדאן, וועט זיך עפענען ענדע 17', ווערנדיג געבויט אויף א געוועזענע אינדוסטריעלע געגנט דרום פונעם טעמעס טייך.

דער נייער אמבאסאדע ווערט געבויט מיט א הערליכן ארכיטעקטור, און וועט אפקאסטן א ביליאן דאלאר. (800 מיליאן בריטישע פונט). די פלענער פאר'ן פראיעקט זענען שוין געמאלדן געווארן אין 08', און עס וועט ערזעצן דעם איצטיגן אמעריקאנעם אמבאסאדע, וועלכע געפונט זיך אין א צענטראלן פלאץ אין לאנדאן און איז שוין געבויט געווארן אין 956' און איז אלט און אויסגעדינט און שוין צי קליין פאר די פארברייטערטע פליכטן. אויך איז שווערער געווארן עס צו באשיצן פון טעראר געפארן.

דער סטרוקטור וועט זיין 100 פוס אפגערוקט פונעם גאס, און עס וועט האבן האבן אנטי-טראק אריינקראכן צוים און מאסנאמען צו פארמיידן באמבע אויפרייסן.

די נייע אמעריקאנער אמבאסאדע אין לאנדאן
די נייע אמעריקאנער אמבאסאדע אין לאנדאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל