טאראנטא – צום ערשטן מאל אין קאנאדע'ס היסטאריע, איז דא מער עלטערע לייט ווי קינדער.

די "סטאטיסטיקס קאנאדע" אגענטור האט געזאגט אז די נייע צענזוס ציפערן צייגן אז קאנאדא האט יעצט 5.9 מיליאן מענטשן פון 65 יאר און העכער, קעגן 5.8 מיליאן קינדער פון 14 יאר און יונגער. די ערשטע פון די וואס זענען געבוירן געווארן נאך די צווייטע וועלט קריג, ביים אזויגערופענעם "בעבי בום" עפאכע, האבן אין 11' אנגעהויבן ווערן 65 יאר אלט, דאס רעדט זיך פון מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן צווישן 946' און 965', וואס פילע פון זיי זענען יעצט שוין רעטייערט. די צאל קאנאדער וואס זענען 65 יאר אלט אדער מער איז געשטיגן מיט 20 פראצענט צווישן 11' און 16', און 8,320 קאנאדער זענען מינימום 100 יאר אלט. קאנאדע שאצט אז אין 13-14 יאר ארום, וועלן 23 פראצענט קאנאדער זיין 65 יאר אלט אדער עלטערער, און די פראצענט פון קינדער 14 יאר און יונגער וועט זיין ענליך צו די 16' שטאפלען פון 16 פראצענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל