דורך יונה כהן

Image result for jackson nj WR PROPERTY LLC

אגודת ישראל פון אמעריקע צוזאמען מיט דאָבּליו. אר. פּראפערטי, א פירמע וואס האט בעלות אויף לאנד שטחים אין דזשעקסאן, האבען אייגעגעבען א קלאגע אין יו.עס. דיסטריקט קאורט מיט א פאדערונג אנטקעגען די שטאט-ווירטשאפט פון דזשעקסאן ניו דזערסי פאר'ן איינפירן נייע זאנינג רעגולאציעס, מיט די טענה אז זיי זענען געמאכט געווארן מיט דער ציל צו שטערן ארטאדאסישע אידען פון עפענען שולעס, דארמיטאריס אין דזשעקסאן. די קלאגע טענה'ט אז די רעגולאציעס זענען איינגעפירט געווארן מיט די בפירוש'דיגע ציל פון אנטי-ארטאדאקס דיסקרימינאציע און זענען א קלארע פארשוועכונג פון פעדעראלע געזעצן.

די שטאט'ישע תקנות אויף וואס מ'שטעלט זיך אנטקעגען אין פעדעראלען געריכט, זענען אדורך-געפירט געווארן דעם לעצטען מערץ, דארך די קאונסיל פון דער שטאט דזשעקסאן, וואס גרעניצט זיך מיט לעיקוואוד, א געגענד ווי עס וואוינען בלע"ה א גרויסער צאל ארטאדאקסישע אידען השם עליהם יחי' וכן ירבו. די קלאגע טענה'ט אז דער מאטיוואציע איינצופירן די רעגולאציעס קומט פון א וואונטש צו שטערן ארטאדאקסישע אידען פון זיך אריבערציען וואוינען אין דזשעקסאן, און "פון דיסקרימינאציע שנאה קעגן דער ארטאדאקסישע אידיש'ע געמיינדע."

די קלאגע רעכענט אויס עטליכע ביישפיל'ן פון די סארט שנאה, אויסרעכענענדיג פארשידענע אויסדרוקונגען פון אפיציעלע שטאָטישע בּאַאמטע, און אויך דורך וואקאלע טיילען פונעם באפעלקערונג. צ.ב.ש., פאר א יאר האט מר. ראָבּ ניקסון דער פּרעזידענט פון די שטאט קאונסיל אָנגערופען א רעקעמאנדאציע פון אגודת ישראל פירער - הרב שמואל לעפקאוויטש, אז עס וואלט געווען אן עצה טובה אז פרומע אידען זאלען זיך אויסשפרייטן און באזעצען זיך אין דזשעקסאן, אלס א "שענדליכע" עצה. ניקסון איז נאך געגאנגען ווייטער און גענומען די שריט פון איינגעבען א קלאגע אנטקעגען דעם אגודת ישראל פירער ביי די יו.עס. יוסטיץ דעפארטמענט און אויך ביי די ניו-דזערסי אטורני-גענעראל'ס אפיס, און ביידע אגענטורן האבען נישט געטראפען און זיין קלאגע קיין שום ממשות'דיגע טענה.

אנדערע טענות אין דער קלאגע ציטירן דערקלערונגען וואס לאקאלע בירגער האבען געמאכט ביי שטאט'ישע מיטינגס און אויף אינטערנעט פארומס צ.ב.ש אויסדרוקן ווי. "אלע ענקערע פראבלעמען נעמען זיך פון די אולטרא-רעליגעזע! די האסידיקס און די אולטרא-ארטאדאקס" דורך ציטירן דיע און אויך אנדערע ביישפילען פון שנאה קעגען ארטאדאקסישע אידען אין די לעצטע פאר יאר, בפרט בשעת מ'האט לעצטענס איינגעפירט די "קיין-סקול" און די "קיין דארמעטארי" תקנות אין דזאקסון טאונשיפּ.

דער אגודת ישראל קלאגע טענה'ט אז עס איז א פארלעצונג פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע וואס שטעלט צו גלייכע שוץ, פריי רעליגיע און פרייהייט פרינציפּן פאר אלעמען. אויך האט מען עובר געווען פיר סעיפים פון דער פעדעראלע 'רעליגיעזע לאנד-באנוץ שוצע געזעץ', דער 'פעיר-האוזינג געזעץ' און אויך דער 'ניו-דזערסי געזעץ אנטקעגען דיסקרימינאציע'.

דער קלאגע זיכט אן אורטייל פונעם געריכט אז די תקנות פון דזשעקסאן זענען קעגען דעם קאנסטיטוציע, אומלעגאל און דארפען בטל ווערן, און אויך אז דער שטאט זאל באצאלען די הוצאות פונעם קלאגע. הרב אבי שנאלל דער דירעקטור פון אגודת ישראל אין ניו-דזערסי גיבט איבער אז "ארטאדאקסישע אידען, פונקט ווי סיי וועם און אלע אנדערע, האבען א פונדעמענטאלן רעכט צו עפענען מוסדות, שול'ן און פירען ביזנעס פונקט אזוי ווי אלע אנדערע גרופעס. עס איז אן עיקר פון פרייהייט פון רעגליגע אויף וואס אמעריקע איז געגרינדעד, וואס ווערט איצט פארמיטן פון אונז."

די אנקלאגער ווערן פארטרעטן אין קאורט דורך די לויער'ס פירמע 'סטאָרזער און שותפים', א פירמע וואס האט גאר גרויסע ערפארונג דורך פארטרעטען רעליגעזע גרופעס און זייערע אינטערעסן, און ארבעטען שוין מערערע יאר'ן מיט אגודת ישראל פון אמעריקע.

אינטערוויו


אן אינטערוויו מיט הרב אבי שנאלל, דירעקטור פון אגודת ישראל אין ניו דזערסי. איבער די געשיכטע פון דער קלאגע. צום סוף פון דער אינטערוויו רעדט הרב שנאלל פון זיין ארבייט צו העלפען די נייע קהילה פון דזערסי סיטי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל