די מאָדנע און אומגעראָכטענע אָפּזאג פון דירעקטאָר קאָומי, האָט אויפגעברענגט אַ באַלדיג פאַרדאַכט ביי דעמאָקראַטן און פולע רעפובליקאַנער אַז די ריכטיגע אורזאַך דערפון איז די אָנגייענדע אויספאָרשונג אין די טראָמפּ קאמפיין, און די מעגליכקייט אַז עס איז פאַרבינדען מיט די פאַקט אז די אויספאָרשונג גייט אין אַ נישט געוואונטשענע ריכטונג פאַר׳ן פרעזידענט. ספעציעל נעמנדיג אין באַטראַכט אַז די סיבה וואָס מען האָט אָנגעגעבן איז די קלינטאָן אימעיל אויספאָרשונג, וואָס האָט זיך שוין געענדיגט מיט עטליכע מאָנאַטן צוריק.
דעמאָקראַטן צייגן אָן אַז די האַנדלונג פון קאָומי אין די קלינטאָן אימעילס איז געוואָרן אויסגעלויבט דורך טראָמפּ אין די פאַרגאַנגענהייט, און אזוי אויך איז די גאַנצע זאַך אונטער איבערזיכט פון די אינספעקטאָר דשענעראַל וועלכע קוקט אַריין דערין. עס איז ערוואַרטעט צו אַרויסגעבן זיין באַשלוס הערשט אין עטליכע מאָנאַטן.
״די שריט פונעם פרעזידענט איז שאָקירנד. די פאַקט אַז דער פרעזידענט האָט אָפּגעזאָגט אַ עף-בי-איי דירעקטאָר אין ברען פון אַן אויספאָרשונג אין וועלכע ער איז מעגליך פערזענליך פאַרמישט, ברענגט אויף שווערע פראגן״, האָט געזאָגט דער דעמאָקראַטישער סענאַטאָר מאַרק ווערנער, וועלכער דינט אין די סענאַט אויספאָרשונג קאָמיטע איבער די רוסישע אינטערווענץ.
דאָס אויפזאָגן קאָומי ברענגט אויף אַ ענליכע שריט וועלכע פרעזידענט ניקסאָן האָט גענומען אין ברען פון די וואָטערגעיט סקאַנדאַל, ווען ער האָט אויפגעזאָגט אַ ספעציעלע פּראָקוראָר וועלכע האָט זיך פאָרנומען מיט אויספאָרשן דעם פרעזידענט. דעמאָקראַטן ציען אַ פאַראַלעל און זאָגן אַז דאָס צייגט אַז טראָמפּ איז באַזאָרגט אַז די אויספאָרשונג וועט געפונען אומבאַקוועמע פאַקטן איבער זיינע פאַרבינדונגען צו רוסלאַנד.
צענדליגע דעמאָקראַטישע געזעצגעבער, און אַזוי אויך עטליכע רעפובליקאַנער האָבן גערופן די יוסטיץ דעפּאַרטמענט צו שטעלן אַ זעלבסשטענדיגער פּראָקוראָר וועלכע זאָל זיך אָפּגעבן מיט די אויספאָרשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די וואַלן. אַ פּראָקוראָר וועלכע זאָל נישט זיין אונטער די אויטאָריטעט פון די ווייסן הויז.
אָבער דער מאַיאָריטעט פירער מיטש מעקאָנעל האָט געזאָגט אַז די רעפובליקאַנער וועלן זיך קעגנשטעלן אַזאַ פרואוו, זאָגנדיג אַז די אויספאָרשונג קאָמיטעען אין קאָגרעס און אין סענאַט וועלן טון די אַרבייט פון אויספאָרשן די פאַרדאַכטן. אַזוי אויך האָט אַ ווייסע הויז וואָרטזאָגער געזאָגט אַז דאָס ווייסע הויז שטיצט נישט אַזאַ געדאַנק.
הוסף רשומת תגובה