אין די זעלבע צייט וואָס וואַשינגטאָן קאָכט ווי א קעסל איבער דאָס אָפּזאָגן דשעימס קאומי, איז אָנגעקומען קיין וואַשינגטאָן דער העכסטראַגיקער רוסישער דיפלאָמאַט, סערגעי לאַווראָוו (Sergey Lavrov), און האָט זיך געטראָפן מיט׳ן פרעזידענט. ער איז די העכסטראַנגיקער רוסישער אָפיציעלער באַאַמטע זיך צו טרעפן מיט פרעזידענט טראָמפּ זייט ער איז אַריין אין אַמט. די באַגעגעניש מיט׳ן פרעזידענט איז געווען נאָכדעם וואָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אַ לענגערע זיצונג מיט׳ן סעקערטערי אָוו סטעיט רעקס טילערסאָן.

לויט׳ן ווייסן הויז, האָט פרעזידענט טראָמפּ דיסקוטירט מיט לאַווראָוו וויאַזוי אַמעריקע און רוסלאַנד קענען קאַלאָבערירן אינעם קאַמפ קעגן טעראָר, און וויאַזוי מען קען ברענגען די בלוטיגע קריג אין סיריע צו אַן ענדע. דער רוסישער אויסערן מיניסטער האָט געזאָגט אַז דאָס אָפּזאָגן קאומי איז נישט אַרויפגעקומען אין זייער שמועס, און האָט זיך געוויצלט מיט די רעפּאָרטער דורכ׳ן אָנשטעלן אַ פנים אַז ער ווייסט נישט פון וואָס עס האַנדלט זיך.

ביי די זיצונג איז אויך אָנוועזנד געווען דער רוסישער אַמבאַסאַדער וועלכער איז באַשולדיגט געוואָרן דורך די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע אין שפילן אַ ראָלע אין דאָס זיך אַריינמישן אין די לעצטע וואַלן. דער פרעזידענט האָט באַצייכנט די זיצונג אַלס ״זייער זייער גוט״ אָן צו אָנגעבן מער דעטאַלן.


פרעזידענט טראָמפּ מיט רוסישער אַמבאַסאַדער סערגעי לאַווראָוו 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל