אַ פלייץ פון פאַמיליעס האָבן אַרויסגעשטראָמט היינט פון די שטאט מאסול, ווי די איראַקער קרעפטן גרייטן אָן זייער לעצטע אָפענסיווע צו פאַרטרייבן די רעשטלעך פון די אייסיס קעמפער, וועלכע קאָנטראָלירן נאָך קליינע טיילן אין שטאט. עס ווערט געשאַצט אַז אַרום 11,000 מענטשן זענען אַנטלאפן פון שטאָט בלויז אין די לעצטע צוויי טעג, הויפטזעכליך מאַמעס מיט קליינע קינדער, נאָכדעם וואָס אין שטאָט איז שווער צו האָבן עסן און וואַסער.

די אייסיס טעראָריסטן לאָזן נישט די איינוואוינער אַנטלויפן, און שיסן די וועלכע פאָלגן נישט. דאָס ברענגט דערצו אַז טויזנטער איינוואוינער זענען נאָך געשטראַנדעט אין אומדערטרעגליכע אומשטענדן. אַזוי אויך דרוקן זיך פולע פאַמיליעס צוזאַמען אין יעדע הויז אין די מערב חלק פון די שטאָט וועלכע איז שוין באַפרייט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל