אינעם זעלבן טאָג וואָס דער רוסישער אויסערן מיניסטער געפונט זיך אויף געשפרעכן אין וואַשינגטאָן, האָט דער פאַרטיידיגונגס סעקערטאר דשעימס מעטטיס (James Mattis) אַרויסגעלייגט אַ שאַרפע וואָרנונג איבער רוסלאַנד׳ס פראָוואַקאַטיווע שריט וואָס זי נעמט אונטער ביי אירע גרעניצן מיט די באַלטישע שכנים, אַריינגערעכנט ריזיגע מיליטערישע פראָבעס וועלכע זי פלאַנט ביי די גרעניץ מיט בּעלאַרוס, וועלכע וועלן ארייננעמען 100,000 זעלנער, און מעגליך אויך נוקעלאַרע וואָפן.

ענליכע פּראָבעס ווערן אָנגעגרייט ביי די גרעניצן פון פוילן, ליטא, לאַטוויע, און עסטאָניע. רוסלאַנד האָט אויך אַוועקגעשטעלט אַ מיסיל שוץ אַפעראַציע אין קאַליניניגראַד, די באַלטישע חלק פון רוסלאַנד וועלכע גרעניצט זיך מיט׳ן באַלטישן ים. אַ זאַך וואָס ברענגט אויף זאָרג ביי די שכנים, טראָץ וואָס רוסלאַנד זאָגט אַז עס איז טייל פון אַ פּראָבע רוטין.

אַמעריקע האָט געוואָרנט רוסלאַנד אַז אַזעלכע שריט וועט ברענגען אַ רעאַקציע פון נאַט״אָ, וועלכע איז פאַרפליכטעט צו באַשיצן אירע מיטגלידער. אויך אַז אַמעריקע וועט לייגן אַ פּאַטריאָט מיסיל שוץ פראָגראַם אין די געגענט, אויב עס וועט זיך אויספעלן. דער פאַרטיידיגונס סעקערטאר געפונט זיך יעצט אין ליטא, ווי נאַט״אָ האָט פאַרשטערקערט איר אָנוועזנהייט אין די לעצטע מאָנאַטן.


פאַרטיידיגונגס סעקערטאר דשעימס מעטטיס אין ליטא

רוסישע נעווי שיסט מיסלען אין די באַלטישע ים, אַלס טייל פון די מיליטערישע איבונג אויף נאַטאָ'ס שוועל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל