די אַמעריקאַנער-געשטיצטע קורדישע קעמפער האָבן באַוויזן צו אָפהאַלטן נאך אַ שטאַרקע און סימבאָלישע זיג קעגן אייסיס, ווען זיי האָבן באַפרייט די טאַבקע וואַסער דאָמבע (Tabqa Dam), די גרעסטע דאָמבע אין סיריע, אינאיינעם מיט די שטאט טאַבקע (Al-Thawrah), וועלכע געפונט זיך אַרום 40 קילאָמעטער פון די שטאַט ראַקאַ וועלכע איז די הויפטשטאָט פון אייסיס. דערמיט איז פריי געוואָרן דעם וועג פאַר די קורדישע קעמפער צו מאַרשירן קיין ראַקאַ, נאָכדעם וואָס צווישן די צוויי שטעט איז נישט פאַרהאַן נאָך אַ גרויסע שטאָט.

דאָס קומט נאָך עטליכע מאָנאַטן פון שלאכטן, מיט די הילף פון אַמעריקאַנער לופט כוחות, וואָס האָט געברענגט דערצו אַז אייסיס האָט פאָריגע וואָך אָנגעהויבן אַ ריקצוג פון די שטאָט. די זיג איז אַ גאָר שטאַרקע געווינס, סיי סטראַטעגיש וויבאַלד די דאָבמע האָט געדינט אַלס א שוץ פונקט פאַר אייסיס וועלכע האָבן אויסגענוצט די פאַקט אַז מען קען עס נישט באָמבאַדירן פון די לופט און זיך דאָרט פאַרפּאַנצערנט, און אזוי אויך איז עס א סימבאָלישע זיג, וויבאַלד די הערשאפט אויף די דאָמבע איז געווען איינע פון די שטאַרקע זיגן פון אייסיס.

דאָס קומט אין די זעלבע צייט וואָס אַמעריקע האָט געמאָלדן אַז זיי וועלן באַוואָפענען די קורדישע קעמפער, טראָץ די טערקישע קעגנערשאפט. די יעצטיגע זיג שטרייכט אונטער אַז די קורדן זענען די בעסטע-אָרגאַניזירטע אַנטי-אייסיס מיליציע אין סיריע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל