די טערקישע אויסערן מיניסטעריום האָט אַרויסגעלייגט אַ שאַרפע סטעיטמענט אין וועלכע זיי דרוקן אויס קעגנערשאַפט צו די באַשלוס פון די טראָמפּ אַדמינסטראַציע צו באַוואפענען די קורדישע רעבעלן. דער דעפּיוטי פּריים מיניסטער נורעטין קאַניקלי (Nurettin Canikli) האָט עס אָנגערופן ״אַ קאַטעסטראָפאַלע באַשלוס וואָס איז בלויז אַ פאָרזעצונג פון די דורכגעפאַלענע אָבאַמאַ פּאַליסיס״, און עס באַצייכנט אַלס שטיצע פאר טעראָר.

דער פרעמיער מיניסטער בינאַלי יאָלדירים (Binali Yıldırım) האָט אויך אין אַ רעדע שאַרף אַראָפגעריסן די לעצטע שריט, און געזאָגט אַז ״מען קען נישט באַזיגן איין טעראָר גרופע דורך באַוואָפענען אַ אַנדערע טעראָר גרופע״.

די פּענטאַגאָן האָט פאַרענטפערט דעם באַשלוס פון באַוואָפענען די וויי-פי-דשי זאָגנדיג אַז די גרופע איז די איינציגסטע גרופע וועלכע האָט די מעגליכקייט צו אַרויסטרייבן אייסיס פון ראַקאַ, און זיי פאַרמאָגן 50,000 טרופן. די וואָפן וועלכע זיי וועלן באקומען, זענען לייכטע וואָפן, אַריינגערעכנט ביקסן, באַוואָפנטע טראָקס, אָבער נישט קיין מיסילס און דאָס גלייכן.

די וואָרטזאָגער פונעם פּענטאַגאָן האָט געזאָגט אַז וואַשינגטאָן נעמט ערנסט די זאָרגן פון טערקיי, און איז אַנטשלאָסן צו שיצן אויף די זיכערהייט פון איר נאַט״אָ אַליאירטע פריינט. דער טערקישער פרעזידענט רעדשעף טאיעף ארדואן איז ערוואַרטעט צו קומען אויף אַ באַזוך קיין וואַשינגטאָן קומענדיגע וואך מאי 16, און ער וועט אויפברענגען די קעגנערשאַפט פון טערקיי צו די שריט.

טערקיי ברויזט איבער אַמעריקע׳ס באַשלוס צו באַוואפענען קורדישע רעבעלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל