Image result for US embassy TEL AVIV
די אַמעריקענער אַמבאַסאַדע אין תל אביב

מדינת ישראל לייקענט אַ רעפאָרט אַז פּרעזידענט דאָנאַלד טראָמפּ האָט באַשלאָסן נישט צו אַריבערפירן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פון תל אביב צו ירושלים, און וועט אונטערשרייבן די פּרעזידענטשעל וועיוואָר אָפּשיבענדיג די העכסט-ערוואַרטער טויש.

אין 1995, האָט קאָנגרעס דורכגעגעפירט "די דזשערוסאַלעם אַמבאַסאַדע און רעלאָקעישאָן אַקט", וואָס אַנערקענט ירושלים אַלס דער הויפּטשטאָט פון מדינת ישראל און האָט זיך מתחייב געווען צו אַריבערפירן די אַמבאַסאַדע פון תל אביב קיין ירושלים נישט שפּעטער ווי מאי 31, 1999. ביזן היינטיגע טאָג, האָט יעדער אַמעריקאַנער פּרעזידענט זינט ביל קלינטאָן גע'חתם'עט אַ פּרעזידענטשעל וועיוואָר יעדער זעקס מאָנאַטן, אָנווייזענדיג אויף די זאָרג אַז אַריבערפירן צו ירושלים קען שטערן די מיטל מזרח שלום פּראָצעס.

די וועיוואָר איז לעצט אונטערגעשריבן געוואָרן דורך פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ אין אַקטאָבער, און ען.אר.דזשי. ניוז האָט געמאָלדן מיטוואך אַז טראָמפּ וועט עס אויך אונטערשרייבן ענדע חודש.

ען.אר.דזשי. האָט באַריכטעט אַז פּריים מיניסטער בּנימין נתּניהו איז שוין געווארן געמאָלדן דעריבער. נתּניהו'ס אָפיס, האָט אָבער געלייקנט דעם באַריכט.

"פּריים מיניסטער נתּניהו'ס אָפיס האָט נישט באקומען קיין נאָטיץ וועגן אַ באַשלוס דורך די אַמעריקאַנער רעגירונג צו פירן אָדער נישט צו פירן די יו.עס. אַמבאַסאַדע", האָט די אָפיס ערקלערט. "מדינת ישראל'ס שטעלונג איז אַז אַלע אַמבאַסאַדעס געהערן אין די הויפּט-שטאָט ירושלים, און די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע דאַרף זיין איינער פון די ערשטער ביישפּיל".

וועט טראָמפּ האַלטן זיין צוזאָג?

במשך די קאַמפּיין און אויך נאָך זיין וואַלן זיג, האָט טראָמפּ כסדר געזאגט אז וויל אַריבערפירן די אַמבאַסאַדע. דעם דאָנערשטאָג איידער זיין איינשווערונג, האָט ער דערציילט פאַר די ישראל היום טעגליכע צייטונג אַז ער איז נישט אַ מענטש וואָס ברעכט הבטחות, אריינגערעכנט דעם ספּעציפישער התחייבות.

"זיכער געדענק איך וואָס איך האָב צוגעזאָגט וועגן ירושלים,, האָט טראָמפּ געזאָגט דאַן. "איר ווייסט אַז איך בין נישט אַ מענטש וואס ברעכט הבטחות".

אין יאַנואַר, האָבן די אַמעריקאַנער סענאַטאָרן מאַרקאָ רוביאָ (רעפאָבליקאַנער פון פלאָרידע), דין העללער (רעפאָבליקאַנער פון נעוואדא) און טעד קרוז (רעפאָבליקאַנער פון טעקסאס) נאָכאַמאָל פאָרגעשטעלט דעם "דזשערוסאַלעם אַמבאַסאַדע און אַנערקענונג אַקט", אַ געזעץ וואָס וואָלט מקיים געווען אַמעריקע'ס התחייבות צו מדינת ישראל צו אַריבערפירן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פון תל אביב קיין ירושלים. אַנדערש ווי די 1995 "דזשערוסאַלעם אַמבאַסאַדע און רעלאָקעישאָן אַקט", וואָלט דעם נייע געזעץ, אויב עס וואָלט אַדורכגעגאַנגען, אַראָפּגענומען דעם פּרעזידענט'ס וועיוואָר אויטאָריטעט.

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל