די ניו יאָרק טיימס האָט היינט אויפגעדעקט אַז בלויז עטליכע טעג פאַר דער עף-בי-איי דירעקטאָר איז געוואָרן אָפּגעזאָגט, האָט ער זיך געטראָפן מיט די דעפיוטי אַטוירני דשענעראַל ראַד ראָזנשטיין און אים איינגעמאָלדן אַז ער זוכט צו אויסברייטערן די אויספאָרשונג אַרום די פאַרבינדונג צווישן די קרעמלין און די טראָמפּ קאַמפיין, און געבעטן פון אים אַז די יוסטיץ דעפּאַרטמענט זאָל צושטעלן מער געלט און אַרבייטער פאַר דעם צוועק.

דער פרעזידענט האָט אַוועקגעמאַכט די אַלע באַשולדיגונגען אַז דאָס אָפזאָגן דשעימס קאומי איז פאַרבינדען צו די רוסישע אויספאָרשונג. ער האָט היינט ביי אַ בעגעגעניש מיט׳ן געוועזענעם סעקערטערי אף סטעיט הענרי קיסינידשער (Henry Kissinger) געזאָגט ״קאָומי האָט נישט געטוהן קיין גוטע אַרבייט, און פאַרדעם איז ער געוואָרן אָפּגעזאָגט״.

דאָס ווייסע הויז וואָרטזאָגערין סעראַ האָקאַבי (Sarah Huckabee Sanders) האָט געזאָגט היינט אין אַ פרעסע קאָנפערענץ אַז דער פּרעזידענט האָט שוין געטראַכט פון אָפּזאָגן קאָומי פונעם טאָג וואָס ער איז אַריין אין אַמט. ער האָט נאָר גענומען זיין ענדגילטיגע באַשלוס נאָכ׳ן הערן די מיינונג פון די יוסטיץ דעפּאַרטמענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל