אין אַ זעלטענע געווינס פאַר די דעמאָקראַטן, האָבן זיי היינט באַוויזן צו אָפּהאַלטן אַ פרואוו פון די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע - מיט די שטיצע פון די מאַכטפולע אויל לאַביס - צו אַנולירן אַ קריטישע רעגולאַציע וועלכע די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע האָט אַרויפגעלייגט אויף די אויל און גאז אינדוסטרי. די רעגולאַציע וועט בלייבן אין פלאץ, נאָכדעם וואָס 51 סענאטאָרן האָבן געשטימט קעגן דעם פרואוו.

דריי רעפובליקאַנער סענאטאָרן האָבן געשטימט מיט די דעמאַקראטן אויף דעם, סענאטאָר לינדזי גרעהעם, סענאטאָר סוזען קאַלינס, און סענאטאָר דזשאַן מקעין, און דערמיט געשאָנקן אַ זיג פאַר די דעמאָקראַטן, און אַ דורכפאַל פאַר די אויל און גאַז לאַביאיסטן.

אונטער די אָבאַמאַ רעגולאַציע, זענען די אויל און גאַז פירמעס פאַרבאָטן פון ״פאַרלאָזן״ אומבאַנוצטע גאַז אין די אויל פעלדער, אָדער זיי פאַרברענען. אַ פּראַקטיק וואָס די אויל פירמעס טוען אָפט ווען די גאַז איז נישט קיין גוטע קוואַליטעט, און איז נישט ווערט די געלט עס צו אַוועקנעמען. עס ווערט געשאַצט אַז די ווערט פון ארום 330 מיליאָן דאָלער אַ יאָר פון נאַטורליכע גאַז ווערט אומזיסט פאַרברענט, גענוג צו צושטעלן עלעקטעריציטעט פאַר אַרום 5 מיליאן היימען.




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל