פּאָליציי האָט געמאָלדן אַז זיי האָבן געכאַפט דעם ״מערסט שעדליכער מענטש אין אַריזאָנע אין די לעצטע יארצענדליג״, און אַרעסטירט אַ מאַסן-מערדער וועלכער האָט דורכגעפירט 13 שיסערייען אין פיניקס אַריזאָנע, 9 דערפון אין די לעצטע פּאָר חדשים, און ער איז ענדליך געכאַפט געוואָרן. דער שיסער איז דער 23-יעריגער עראָן סאַוסעדאָ (Aaron Saucedo), אַן אייוואוינער אין די געגנט.

צווישן זיינע קרבנות איז געווען אַ 60-יעריגער מענטש וואס איז געווען זיין שטיף פאָטער, און א 12-יעריגע מיידל וואָס ער האָט געשאָסן אויף די גאַס אינאיינעם מיט איר מוטער. עס ווערט געגלייבט אַז דער מערדער האָט אויסגעוועלט זיינע קרבנות אויף צופעליגע באַזיס, און האָט זיי נישט געצילט ספעציעל. ער האָט זיי געווענליך דערשאָסן פאַרנאַכטס אינמיטן די גאַס.

די מערדערייען האָבן אָנגעוואָרפן אַ שרעק און אומזיכערקייט אין די געגענט, און די איינוואוינער האָבן אויפגענומען מיט פאַרלייכטערונג די נייעס אַז דער טייוולאַנישער פּאַרשוין איז אונטער אייזערנע גראַטעס. די פּאָליציי זאָגט אַז די איינוואוינער האָבן געהאָלפן לעזן דעם מיסטעריע, און פּאָליציי האָט באקומען איבער 3,000 טיפס פון מענטשן איבער דעם פאַרברעכער, אַריינגערעכנט ווידיאָ רעקאָרידרונגען פון שיסערייען.


Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל