קוועלער אין די פאַרטיידיגונג דעפּאַרטמענט זאָגן אַז דער פּרעזידענט באַטראַכט אַ פלאַן וואָס איז פאָרגעשטעלט געוואָרן פאַר אים דורך די מיליטער, צו שיקן נאָך אַרום 5,000 טרופן קיין אַפגאַניסטאַן זיך צו אָנשליסן אין די קאַמפ קעגן טעראָר. לויט די פּלאַן, וועט אַרום האַלב פון די טרופן קומען פונעם אַמעריקאַנער מיליטער, און די אַנדערע האַלב פון די נאַט״אָ קרעפטן.

אין אַפגאַניסטאַן געפונען זיך יעצט אַרום 8,300 טרופן פון אַמעריקע און אירע אַליאירטע קרעפטן. לעצטנס איז די אַפּעראַציעס דאָרטן פאַרשטערקערט געוואָרן וויבאַלד מען דאַרף גלייכצייטיג באַקעמפן אייסיס און די טאַליבאַנער אויפשטענדלער, און די אָרטיגע קאָמאַנדירן האָבן פאַרלאַנגט מער טרופן צו העלפן אויספירן די מיסיע פון פאַרניכטן טעראָר אין לאַנד.

דעמאָקראַטן און אויך רעפובליקאַנער - אַריינגערעכנט געוועזענע סעקערטערי אף סטעיט קאַנדאָליזאָ רייס - האָבן קריטיקירט די סטראַטעגיע, זאָנגדיג אַז אַמעריקע פרובירט שוין די זעלבע טאַקטיקן פאַר איבער 15 יאָר, און דערווייל האָט מען נישט עררייכט צופיהל. די טאַליבאַנער קאָנטראָלירן נאָך גרויסע חלקים אין לאַנד. זיי האָבן גערופן פאַר אַ דיפּלאָמאַטישע לעזונג, און געשפרעכן מיט די טאַליבאַנער וועלכע האָבן שוין אויסגעדריקט גרייטקייט פאַר אַ פּאָליטישע קאָמפּראָמיס.

פרעזידענט טראָמפּ באַטראַכט פּלאַן צו שיקן נאָך 5,000 טרופן קיין אַפגאַניסטאַן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל