ראַדשערס האָט אונטערגעשטראָכן אַז אַמעריקע האָט אָנגעטראָגן הילף פאַר פראַנקרייך זיי צו העלפן באַשיצן אירע סיסטעמען פון מאַסיווע העקעריי, און אזוי אויך ארבייטן זיי יעצט מיט ענגלאַנד און דייטשלאַנד ווי עס ווערן אפגעהאלטן היי יאָר וואַלן צו פאַרזיכערן אַז די רוסן זאָלן נישט דאָרט באַווייזן צו אינפילטרירן דעם סיסטעם און קאָרופטירן די דעמאַקראטישע פראָצעדור אזוי ווי זיי האבן געטון אין אַמעריקע.
מאַקראָן'ס קאַמפיין איז געווען די ציהל פון אַ מאַסיווע קאַאָרדינירטע העקעריי, אין וועלכע די העקערס האָבן אַרויסגעווישט איבער 14 גיגאַבייטס פון קאָמפיוטער סטאָרעדש, וואָס אַנטהאַלטן הונדערטער טויזנטער אימעילס און דאָקומענטן. אָבער אַ דאַנק די וואָרענונג פון אַמעריקע, האָבן זיי זיך באַשיצט און עס זענען נישט אַרויסגערינען סענסיטיווע אינפאָרמאציע.

הוסף רשומת תגובה