פאָריגע וואָך האָט דער עף-בי-איי דירעקטאָר דשעימס קאָומי אויפגעטרעטן פאַר קאָנגרעס פאַר אַ פאַרהער ווי ער האָט איבערגעגעבן מער דעטאַלן איבער די אויספאָרשונג אַרום די הילערי קלינטאָן אימעילס, און אזוי אויך איבער די רוסישע אינטערווענצן אין די וואַלן. ער האָט פאַרטיידיגט זיין באַשלוס צו פריש עפענען די אויספאָרשונג איבער די אימעילס אַרום צוויי וואָכן פאַר די וואַלן: אַ זאַך וואָס האָט שטאַרק געשאַדט פאַר קלינטאָן.

ער האָט צווישן אַנדערע געזאָגט אַז די לעפּטאַפּ וועלכע איז געפונען געוואָרן אין לויף פון די אויספאָרשונג אויף ענטאָני וויינער האָט אַנטהאַלטן ״צענדליגע טויזנטער אימעילס״ פון קלינטאָן וואס הומא אַבאַדין, די פערזענליכע געהילף פון קלינטאָן האָט געשיקט ווייטער פאַר איר מאַן ענטאָני וויינער צו אַרויסדרוקן און איבערגעבן פאַר קלינטאָן. צווישן זיי האָבן זיך געפונען קלאַסיפיצירטע אינפאָרמאַציע.

אָבער קוועלער אין די עף-בי-איי וועלכע זענען געווען פאַרמישט אין די אויספאָרשונג זאָגן אַז קאומי האָט ליגנט געזאָגט, אָדער האָט זיך צומישט מיט די פאקטן, און אַז אייגנטליך האָט אַבאַדין געשיקט פאַר איר מאַן בלויז געציילטע אימעילס, קיינער פון זיי נישט קלאַסיפיצירט. און די צענדליגע טויזנטער אימעילס וועלכע האָבן זיך געפונען איז געווען אַלס רעזולטאַט פון אַ אויטאָמאַטישע בעק-אָפּ פאַר אַבאַדין׳ס פערזענליכע בלעק-בערי. אויך זאָגן זיי אַז אַלע אימעיל וואָס זענען דאָרט געווען, זענען שוין געווען באַקאַנט פאַר די אויטאָריטעטן.

נאָנטע צו קאומי זאָגן אַז ער האָט זיך פשוט צומישט מיט די טעכנישע דעטאַלן, און אַז ער פלאַנט צו שיקן אַ בריוו צו קאָנגרעס צו אויסקלאָרן די פאַקטן פאַר די רעקארד. אָבער קעגנער פון קאומי צייגן אָן אויף דעם אַלס באַווייז אַז ער איז גענויגט קעגן קלינטאָן, און איז אפילו נישט גענוג באַקאַנט מיט די פאַקטן.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל