פאַרגאַנגענעם אַפּריל זענען אַריינגעקומען קיין מדינת ישראל אַ רעקאָרד צאל פון 349,000 טוריסטן פון איבער די וועלט; די גרעסטע צאָל וואס איז סיי ווען רעקאָרדירט געוואָרן. אַ העכערונג פון 40% קעגן פריערדיגע יאָרן, און פון יאַנואַר ביז אַפּריל זענען אַריינגעקומען אינאיינעם 1.09 מיליאָן טוריסטן. די טוריזם אינדוסטרי אין מדינת ישראל בליהט גאָר שטאַרק, און די העכערונג האַלט אָן פון מאָנאַט צו מאָנאַט און האָט אַריינגעברענגט פון אנהייב 2017 איבער 6 ביליאן שקל.

טייל פון די אויפבליה קומט צוליב אַ רעלאַטיווע רואיגקייט אין די זיכערהייט סיטואציע, און די טעראָר געפאַר איז פול שוואַכער ווי עס פלעגט זיין. אזוי אויך האָט מדינת ישראל אין די לעצטע יאָרן דורכגעפירט רעפאָרמען אין די אַוויאַציע אינדוסטרי, און ערלויבט פולע ביליגערע לופטליניעס צו אַפּערירן רייזעס קיין תל אביב.

טוריזם אין מדינת ישראל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל