קאָנגרעסמאַן עליאַט ענגעל, אַ דעמאָקראַט וועלכער פאַרטרעט ניו יאָרק, האָט געשיקט אַ שאַרפע בריוו צום סטעיט דעפּאַרטמענט צו פּראָטעסטירן אויף אַן אָפיציעלע ווידיאָ וועלכע די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין סאודי אַראַביע האָט פאַרשפרייט אין בעפאָרברייטונג צו די באזוך פון פּרעזידענט טראָמפּ אין מיטל מזרח, און צווישן די פלעצער ווי דער פרעזידענט וועט באַזוכן. עס דערמאַנט נישט אַז דער פּרעזידענט וועט אָפשטאַטן אַ באַזוך אין מדינת ישראל.

די אינצידענט האָט אַרויסגערופן גרויס אויפברויז, און די סטעיט דעפּאַרטמענט האָט אַרויסגעלייגט אַ קלאָרשטעלונג אַז די ווידיאָ איז איבערגעמאַכט געוואָרן דורך אַ פּריוואַטער סאודישער בירגער וועלכער האָט עס פאַרשפּרייט און האָט אַרויסגענומען מדינת ישראל אויף די אייגענע האַנט. עס האָט נישט נאָכנישט געהאַט באַקומען קיין באַשטעטיגונג פון די אַמעריקאנער אַמבאַסאַדע, און זיי האָבן עס נאָר אַרויסגעלייגט אויף זייער וועבזייטל. נאָכ׳ן זעהן דעם ״טעות״, האָבן זיי עס באַלד אַראָפּגענומען.

פּרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ
פּרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ


זעהט די ווידיאָ, פאַר און נאָכן שניידן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל