אינטרעסאַנט ווי די וועלט דרייט זיך...

מיט בלויז אַ יאָר צוריק איז אַמעריקע געשטאַנען אין שפיץ פון אַ אינטערנאַציאַנאַלע פרואוו צו אַוועקשטעלן סטאַנדארטן איבער לופט פאַרפּעסטיגונג, און דאָס באַשיצן די קלימאַט און די ערד קוגעל, און כינע איז געווען אונטערשטעליג און איז אויסגעשטאַנען פולע קריטיק אַז איר אינדוסטריאַלע סעקטאר נוצט צופיל ענערגיע און לאָזט אַרויס צופיהל פאַרפּעסטיגונג אין די לופט.

אָבער דאָס רעדל האָט זיך געדרייט נאָך די געווינס פון פרעזידענט טראָמפּ, וועלכע זוכט צו צוריקדרייען די פאָרשריט וואָס פרעזידענט אָבאַמאַ האָט געמאַכט אין דעם הינזיכט, און זעהט אין די גאַנצע ״קלימאַט באַשיצונג״ אַ אומגעוואונטשענע ערשיינונג וואָס טוט פאַרשטייטערן די עקאנאמיע, און האַלט צוריק אינדוסטריעלע וואוקס. דעריבער קלערט ער זיך צו ארויסציען פון די ״פּאַריזער אפּמאַך״ אונטער וועלכע אַמעריקע האָט זיך פאַרפליכטעט צו נידערן אירע ״קארבאן פוסטריט״ מיט אַרום 28% ביז 2025, דורך פינאַנצירן מער עלעקטרישע קאַרס, נוצן אַלטערנאטיווע עלעקטעריק קוועלער און דאָס גלייכן.

פּרעזידענט טראָמפּ האָט היינט געזאָלט פּאַסן אַ באַשלוס אויב ער האַלט זיך צו די אָפּמאך, אָבער ער האָט געזאָגט אַז ער וועט אָפּשטופן זיין באַשלוס ביז נאָכ׳ן דשי-7 סאָמיט וואָס וועט ווערן אָפּגעהאַלטן אין איטאַליע. דער כינעזער פּרעזידענט האָט אָבער היינט געמאָלדן אַז אָפּגעזעהן פון פּרעזידענט טראָמפּ׳ס באַשלוס, וועט כינע זיך האַלטן צו דעם אפּמאַך, און וועט אַרבייטן צו רעדוצירן די שאדן פאַר׳ן פּלאַנעט.

Image result for china paris accord
פון רעכטס צו לינקס: כינע'ס פרעזידענט שי דזשינפּינג, יו.ען. גענעראַל-סעקרעטאַר בּאַן קי-מון און אַמעריקע'ס בּאַראַק אָבּאַמאַ.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל