פרעזידענט טראָמפ האָט גענומען אַ דראַמאַטישע באַשלוס וועלכע קען טוישן דאָס בילד אין סיריע. די פענטאגאַן האָט געמאָלדן אַז דער פרעזידענט האָט באַשטעטיגט אַ פלאַן צו באַוואָפענען קורדישע מיליציעס וועלכע קעמפן קעגן אייסיס אין דרום סיריע, ספעציעל אין זייער הויפטשטאָט ראַקאַ (Raqqa).

דאָס קומט טראָצדעם וואָס טערקיי איז גאָר אויסגעשפראָכן קעגן אַזאַ שריט, און איז טיף באַזאָרגט פון די פאַקט אַז באַוואָנפטע קורדישע גרופן זאָלן זיין נעבן איר גרעניץ. זיי זענען אומשטאַנד איין טאָג צו אויסדרייען דאָס געווער קעגן טערקיי וואָס אונטערדריקט די קורדן שוין הונדערטער יאָרן. טערקיי באַטראַכט די גרופעס אַלס ״טעראָר אָרגאַניזאַציעס״ און האָט שוין עטליכע מאָל זיי דירעקט אַטאַקירט.

די שריט איז ערוואַרטעט צו ברענגען אַ קריזיס צווישן אַמעריקע און טערקיי. די פענטאַגאַן האָט אין די סטעיטמענט געזאָגט אז אַמעריקע איז באַוואוסטזיניג צו די זארגן פון טערקיי, און וועט אַרבייטן צו זיכער מאַכן אַז די וואָפן שטעלן נישט קיין זיכערהייט געפאַר פאַר טערקיי, און וועט זוכן צו צוריקנעמען די וואפן ווען די קאַמפ קעגן אייסיס איז אַריבער.

Image result for kurdish fighting in syria
קורדישע קעמפּער אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל