מענטל העלט

טרוקענע און ווייטאגליכע ציפערן!


"מענטל-העלט פראבלעמען קען ר"ל באטרעפן סיי-וועם"
 
"איינס פון יעדע 5 אמעריקאנער-ערוואקסענע גייען דורך א מענטל-העלט אישו, כאטש איינמאל אין לעבן", שרייט א לעצטיגע, ברייטע שטודיע וואס איז פארעפנטליכט געווארן אין 14'. דאס באדייט 20% פון דער אמעריקאנער באפעלקערונג.

ווייטער שרייבט די שטודיע, "ביי יונגע קינדער איז פאראן 1 פון 10 וועלכע האבן מיטגעמאכט א צייט פון ערנסטע דעפרעסיע ה"י!"

"איינס פון 25 אמעריקאנער לעבן מיט א גאר ערנסטע נפשיות'דיגע פראבלעם, ווי סקיצע-פריניע, ביי-פאולער, אדער א ערנסטע דעפרעסיע."

די נומערן זענען אלאמירנד, און שרייען פאר אן אויפוואכונג, אז מער מענטשן זאלן זיין באוואוסטזיניג צו דעם פראבלעם, כדי צו קענען צייטליך העלפן זיך און אנדערע, וועלכע פלאגן זיך מיט א נפשיות'דיגע פראבלעמען ח"ו.

גענוי ווי ביי א פיזישע מחלה קען אן עמאציאנאלע דיסארדער באטרעפן סיי וועם ה"י. דער אויבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער מכל נגע ומחלה ומכל צרה וצוקה.


מענטל העלט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל