די פּענטאַגאָן האָט געענדיגט איר אויספאָרשונג אויף אַן אַטאַקע דורך אַמעריקאַנער פליגערס אין מאָסול דעם פאַרלאָפענעם מערץ, און ווי עס שטעלט זיך אַרויס זענען אין די אַטאַקע גע'הרג'עט געוואָרן הונדערט אומשולדיגע מענטשן.

דאָס איז די גרעסטע מענטשליכער פאַרלוסט פון אומשולדיגע מענטשן דורך די אַמעריקאַנער כחות זינט די אָנפאנג פון די שלאַכטן מיט אייסיס.

די פּענטאַגאָן האָט זיך אַנטשולדיגט און געזאָגט אַז די חורבן איז געווען די וואָפן אין די בילדינג וואס האָט אויפגעריסן און געמאַכט אַזויפיל ציווילע פאַרלוסטן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל