אידישע וועטער באריכט

עס איז געווען אַ רעגנדיגע און קיהלע טאָג. טעמפעראַטורן נאָר אין די 50'ערס. עס איז שווער צו גלייבען אַז אַ וואָך צוריק איז געווען ארום 95 און זוניג. דער רעגן און קיהלע וועטער איז נאָך נישט פאַרביי.

די פּאַטערן פאַר די קומענדיגע פּאָר וואָכן זעהט אויס ווי עס וועט אֶדורכקומען שטורמס אַיעדע צוויי צו דריי טעג. דאָס וועט ברענגען מעגליכקייטען פאַר רעגן און שויערס. טעג ווען די זון קומט יאָ אַרויס, וועלן ברענגען וואַרעמע אָבער נישט הייסע וועטער. מיט אַזאַ פּאַטערן, קענען זיך טוישען די וועטער פאָראויסקוק פון טאָג צו טאָג, דעריבער איז אַלעס ווי מען זאגט אָפען פאַר דיסקוטציע. אַ שטייגער ווי יו״ט זעהט אויס מערסטענס טרוקן; לאמיר נאָר האָפן אַז עס בליייבט אזוי...

ניו יארק סיטי

היינט נאכט- ⛈57
פרייטאג-🌦75
ליל שבת-☁️58
שבת- 🌦72
זונטאג-🌥70
מאנטאג-🌧68
דינסטאג- (ערב יו״ט) 🌤78
מיטוואך - (א׳ שבועות)🌤75
דאנערשטאג-(ב׳ שבועות) 🌤75

לעיקוואד

היינט נאכט- ⛈62
פרייטאג-🌦78
ליל שבת-☁️55
שבת- 🌦75
זונטאג-🌦72
מאנטאג-🌧75
דינסטאג- (ערב יו״ט) 🌤78
מיטוואך - (א׳ שבועות)🌤77
דאנערשטאג-(ב׳ שבועות) 🌤75

מאנסי און קרית יואל

היינט נאכט- ⛈52
פרייטאג-🌦70
ליל שבת-☁️52
שבת- 🌦72
זונטאג-🌥66
מאנטאג-🌧68
דינסטאג- (ערב יו״ט) 🌤75
מיטוואך - (א׳ שבועות)🌦72
דאנערשטאג-(ב׳ שבועות) 🌤72

מאנטריאל

(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט- ☔️54
פרייטאג-🌧56
ליל שבת-☁️52
שבת- 🌤72
זונטאג-🌦75
מאנטאג-🌧64
דינסטאג- (ערב יו״ט) 🌧68
מיטוואך - (א׳ שבועות)🌧68

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל