בריסל - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט, אז דאס וואס עס רינט נאכאנאנד ארויס צו די מידיא האקעלע אינפארמאציע פון אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן איז אומאקצעפטירבאר, און ער האט פארארדנט, אז דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט זאל דורכפירן א גרונטליכע אויספארשונג צו דערגיין וועלכע רעגירונג איינגעשטעלטע עס שטייען אונטער די ארויסרינונגען. דאס קומט נאכדעם וואס מען האט געהערט אז די בריטישע רעגירונג ברויזט גאר שטארק אויפ'ן פאקט וואס די אמעריקאנער מידיא האט פריצייטיג פובליצירט אינפארמאציע איבער׳ן אידענטיטעט פונעם טעראריסט וואס האט דורכגעפירט דעם טעראר אטאקע אויפרייס אין מאנטשעסטער מאנטאג נאכט. נעכטן האט מען טאקע געהערט פון מאנטשעסטער פאליציי אויטאריטעטן, אז אויף דערווייל וועלן זיי סוספענדירן סיי וועלכע מיטטיילונג פון אינפארמאציע מיט אמעריקע איבער דער אטאקע.
טראמפ׳ס פארארדענונג איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס ער נעמט אנטייל ביי א נאטא סאמיט אין בריסל, בעלגיע, וואו ער האט נעכטן שארף אראפגעריסן פילע נאטא לענדער, זאגנדיג אז געוויסע נאטא מיטגלידער זענען שולדיג גרויסע סומעס געלטער, און אז אלע אנגעשלאסענע לענדער דארפן פון היינט און ווייטער זען אריינצוצאלן מער געלטער פאר נאטא, נאכדערצו אז מ'זעט די לעצטערע כוואליע פון טעראר אטאקעס אין נאטא לענדער, וואס צייגט אז די נאטא פאראייניגונג איז פיל וויכטיגער פאר די אייראפעאישע לענדער ווי פאר די פאראייניגטע שטאטן. טראמפ׳ס קאמענטארן זענען אויפגענומען געווארן מיט באליידיגונג, און פילע נאטא באאמטע האבן שטילערהייט געזאגט אז טראמפ שוואכט אפ די מערב וועלט דורכ'ן צייגן אז נאטא איז נישט פאראייניגט, אין דער צייט וואס נאטא האט געוואלט מיטן סאמיט דירעקט שיקן א מעסעדזש פון פאראייניגונג.
הוסף רשומת תגובה