וואשינגטאן - דעמאקראטישע און רעפובליקאנער קאנגרעסלייט האבן זיך פאראייניגט און ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג, וועלכע וועט מאכן אומלעגאל פאר אמעריקאנער בירגער צו פארן צום קאמוניסטישן לאנד צפון קארעא סתם פאר טוריזם, און ווער ס'וועט וועלן פארן פאר סיי וועלכע אנדערע סיבה, וועט דארפן ארויסנעמען א ספעציעלע ערלויבעניש ביי דער פעדעראלער רעגירונג. קאנגרעסמאן עדעם שיף און קאנגרעסמאן דזשאו ווילסאן האבן אין א געמיינזאמען סטעיטמענט געזאגט אז צפון קארעא האט אין די לעצטע צען יאר ארעסטירט זיבעצן אמעריקאנער בירגער, וואס פיר פון די ווערן נאך ביז יעצט געהאלטן דארטן אונטער ארעסט, וואס צייגט אז עס איז אן ערנסטער געפאר פאר אמעריקאנער בירגער צו פארן אהין. דערווייל איז נישט קלאר צי פרעזידענט טראמפ שטיצט און וועט אונטערשרייבן אזא סארט געזעץ.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל