מעקסיקא סיטי - די רעגירונג אין מעקסיקא האט נעכטן געמאלדן אז זיי האבן דעפארטירט צוויי תימנ׳ער בירגער קיין אמעריקע, אין א זעלטענער עפיזאד פון קאאפעראציע צווישן אמעריקע און מעקסיקא אונטער פרעזידענט טראמפ׳ס קאדענץ. די צוויי תימנ׳ער בירגער זענען ארעסטירט געווארן מיט א צייט צוריק אין אמעריקע פאר פארשידענע קלאגעס, אריינגערעכנט האנדלען אומלעגאל מיט ציגארעטלעך און מעגליכע טעראר פארבינדונגען, אבער האבן מיט 3 וואכן צוריק באוויזן צו אנטלויפן פון דער פעדעראלער טורמע אין לי קאונטי, ווירדזשיניע. זיי זענען אפגעפונען געווארן אין מעקסיקא, און די מעקסיקאנער אויטאריטעטן האבן שוין געהאט באקומען נאטיץ איבער די צוויי אנטלאפענע פון דער אמעריקאנער רעגירונג, און האבן דעריבער זיי אויסגעליפערט קיין אמעריקע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל